Anthempedia
Anthempedia
Advertisement

Description:[]

A 19th-century Yiddish song about a rabbi teaching his young students the aleph-bet. Was one of the most popular songs amongst Eastern and Central European Jews towards the end of the 19th century.

Lyrics:[]

אויפן פריפעטשיק ברענט א פייערל און אין שטוב איז הייס, און דער רבי לערנט קליינע קינדערלעך דעם אלף־בית.

רעפריין: זעט זשע, קינדערלעך, געדענקט זשע טייערע, וואס איר לערנט דא; זאגט זשע נאך א מאל, און טאקע נאך א מאל: קמץ־אלף: אָ!

לערנט, קינדער, מיט גרויס חשק, אזוי זאג איך אייך אן; ווער ס'וועט גיכער פון אייך קענען עברי, דער באקומט א פאן.

רעפריין:

לערנט, קינדער, האט נישט מורא, יעדער אנהייב איז שווער; גליקלעך איז דער ייד לערנט תורה, וואס דארפן מיר נאך מער?

רעפריין:

ווען איר וועט, קינדער, עלטער ווערן, וועט איר אליין פארשטיין, וויפל אין די אותיות ליגן טרערן און וויפל געוויין...

רעפריין:

אז איר וועט, קינדער, דעם גלות שלעפן, אויסגעמוטשעט זיין, זאלט איר פון די אותיות כוח שעפן, קוקט אין זיי אריין.

רעפריין:

Advertisement